אריינפיר

עס שטייט און פסוק (פרשת שופטים): וְכִי תֹאמַר בִּלְבָבֶךָ אֵיכָה נֵדַע אֶת הַדָּבָר אֲשֶׁר לֹא דִבְּרוֹ יְהוָה? אֲשֶׁר יְדַבֵּר הַנָּבִיא בְּשֵׁם יְהוָה וְלֹא יִהְיֶה הַדָּבָר וְלֹא יָבוֹא הוּא הַדָּבָר אֲשֶׁר לֹא דִבְּרוֹ יְהוָה בְּזָדוֹן דִּבְּרוֹ הַנָּבִיא לֹא תָגוּר מִמֶּנּוּ!

די תורה לערנט אונז דא אויס א מורא'דיגע יסוד אין אידישקייט: אויב איינער וועט דיר זאגן עפעס אין נאמען פונעם אייבערשטען, און די וועסט זעהן אז עס שטימט נישט מיטן פאקט, זאלסטו וויסן אז די אייבערשטער האט דאס נישט געזאגט! עס קען נישט זיין א סתירה ציווישן הקב"ה אין די פאקט.

די תורה הייסט נישט איגנארירן די סתירה, און ווייטער גלייבן וואס יענער האט געזאגט. די תורה הייסט נישט אויפקומען מיט דריידעלעך און תירוצים פארוואס די מופת האט נישט גע'ארבעט. די תורה זאגט: האב נישט קיין מורא פון איהם!

פארוואס ווארענט די תורה מען זאל נישט מורא האבן?

די תורה האט געוואוסט אז מען קען דערשרעקן מענטשן, זיי זאלן נישט פרעגן קיין קשיות ווען זאכן שטומען נישט. די תורה האט געוואוסט אז מען קען צענזירן מענטשן אז זיי זאלן זיך נישט דערוואגען צו פרעגן, און זאלן זיך נישט דערוואגען אפילו צו טראכטן. דערפאר זאגט אונז די תורה: האב נישט מורא צו פרעגן! ווייל אויב איז עס נישט אמת, דארפסטו עס נישט גלייבן.

די תורה האט נישט געוואלט מען זאל גלייבן אין שקר, און די איינציגסטע וועג צו וויסן אויב עפעס איז נישט אמת, איז דורך עס בודק זיין מיטן מציאות. די תורה האט קיינמאל נישט פארלאנגט מען זאל גלייבן מיט "אמונה פשוטה" אן פרעגן קשיות. ווען די אייבערשטער האט געשיקט משה רבינו צו די אידן, האט ער איהם געשיקט מיט איבערווייזן. ווייל אויב דארף מען גלייבן מיט אמונה פשוטה, דארף מען פונקט אזוי גלייבן אין ישו הנוצרי, מוחמד, בודהא, און ווער ווייסט אין וואס נאך. אויב גלייבט מען אן טראכטן, איז נישטא קיין איין סיבה פארוואס מען זאל גלייבן איין זאך מער ווי די אנדערע.

און די לעצטע צוויי טויזנט יאר האבן זייער אסאך מענטשן גערעדט אין נאמען פונעם אייבערשטען, און געוויסע פון זיי האבן געזאגט זאכן וואס שטומען נישט מיטן פאקט. דאריבער וועלן מיר מקיים זיין די לא תעשה, לא תגור מהם, און צוביסעלעך דורך גיין אלע ענינים וואו עס זענען דא סתירות ציווישן די אמת און זייערע רייד, און מברר זיין קלארער וואס די אייבערשטער האט יא געזאגט און וואס ער האט נישט געזאגט.

ליינט ווייטער: די גאלדענע קייט

מודעות פרסומת
פורסם on אוגוסט 19, 2010 at 11:39 pm  Comments (5)  

The URI to TrackBack this entry is: https://wordofhashem.wordpress.com/trackback/

RSS feed for comments on this post.

5 תגובותכתיבת תגובה

  1. ראשית כל פותחין בכבוד האכסניא, א דאנק אייך פאר די חשובע בלאג ווי ס'איז ללמוד וללמד און מ'וועט נישטערן דעם אמת. ס'זאל זיין מיט הצלחה.

    איר שרייבט: "און די לעצטע צוויי טויזנט יאר האבן זייער אסאך מענטשן גערעדט אין נאמען פונעם אייבערשטען", אבער דער בלאג וועט דאך אנגערופן "דבר השם
    די רייד פונעם אייבערשטען", איז רעדט דאך איר אליין אין זיין נאמען?

    עכ"פ, מיר איז מער משמע אז ס'איז בראשית ברא האדם את האלוהים, און נישט פארקערט.

  2. ברוכים הבאים בשם השם!

    א דאנק פאר די ברכות און הערות. מיר וועלן פרובירן נישט צו זאגן זאכן וואס זענען נישט אמת אין די נאמען פונעם אייבערשטען. מיר האפן אויך צו הערן פון אייך געדאנקען און אנאליזען.

    אבער מיר דארפן געדענקען אז אידן וואס קומען אן אהער האבן געווענליך שוין געהאט די זכיה כאטש אביסל צו עפענען די אויגן און טועם זיין די שיינקייט פון די עולם האמת. אבער מיר טארן נישט פארגעסן אחינו בני ישראל הנתונים בשביה וואס האבן נישט קיין צוטריט צו די אור הגנוז און זיי מזכה זיין מיט אביסל אמת'ע רייד.

    דעריבער בעט מען אלע ליינער: דריקט ארויס ארטיקלען פון דעם וועבסייט און לאזט עס איבער אין די בית-הכסא'ס פון בתי מדרשים און ישיבות, אדער אנדערע אזעלכע פלעצער וואו אידן וועלן עס קענען טרעפן און אדורך ליינען. און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין צו זעהן ומלאה כל הארץ דעה, מיט די 'גאולה' שלמה. בב"א.

  3. יישר כוח פאר די שיינע ארבעט. איך שטים צו מיט אייער פארלאנג צו מפרסם זיין דעם דעת אמת אפילו ארויסנעמען איין יוד פונעם חשכות איז אלעס כדאי.

  4. לכבוד הרב המגלה את דבר השם.

    ס'איז ממש קול השם חוצב להבת אש.
    מיר ווארטן מיט געדולד אויף פרישע ארטיקלען.

  5. וואס איז דא געשען, השם רעדט שוין מער נישט צו אונז ?


להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת /  לשנות )

מתחבר ל-%s